איזהו גיבור?

עס איז נישט קיין סוד, אז די נסיון פון שמירת עינים איז היינט פילפאכיג מער ווי אינעם גאנצן היסטאריע. דאס איז נישט קיין צופאל, נאר אונזער אראפקומען אויף דער וועלט אין אזא צייט ווען די נסיונות פלאקערן פון אלע זייטן, מיינט אז מיר האבן די כוחות, מיר האבן די כלי מלחמה, מיר קענען זיין זיגבאר!

גיבור, וועט אינאיינעם מיט דיר, דיר שטערקער מאכן און ארויסברענגען דיינע אינערליכע כוחות, אז די שמירת עינים שוועריגקייט זאל שוין נישט זיין אזוי שווער.

מיר אלע ווערן א גיבור! מיט די טעגליכע חיזוק ווידעאוס אינעם ענין פון שמירת עינים, דורך די בעסטע מגידים אין כלל ישראל, אויף א גאר פראפעסינאלער פארנעם, וועט מען זיך האלטן שטערקער און העכער.

אונזערע מחשבות קענען צומאל פירן די מלחמה דורכ'ן קלענער מאכן דאס בילד, ווען אין פאקט לויפט עס נאכאלץ נאך מיט א שטארקייט. לאמיר זיך נישט נארן, די מלחמה און די נסיון איז דא - און ס'איז חי וקיים, אבער מיט די אייגענע רצון קען מען אלעס בייקומען!

לאמיר ווערן א גיבור, און ווי א טרענירטער סאלדאט קעמפן אקעגן אלע שטרויכלונגען
וואס שטייען אין וועג.

דו האסט די כוחות, דו וועסט געווינען! לאמיר אינאיינעם ארויפברענגען די כוחות, און מיט דעם פארן ווי א רואיגע שיפל העכער אלע כוואליעס. נישט נאר שמירת עינים וועט דיר גרינגער ווערן, נאר דיין גאנצע טאג וועט ווערן אזויפיל רואיגער - און געשמאק.